אײַזיק בלימאַן

געהילף־פּראָפֿעסאָר
לינגװיסטישער אָפּטײל
קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט, בױרקלי
ביוראָ: 1216 דװינעל האָל

(lastname)@berkeley.edu

קוריקולום װיטע אױפֿנעם־שעהען
אײַזיק בלימאַן

װעגן אײַזיקן

איך בין אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון לינגװיסטיק אין קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט, בױרקלי. מײַנע פֿאָרשונגען באַהאַנדלען פֿאַרשײדענע טעמעס אין דער סאָציאָלינגװיסטיק: שפּראַכיקע װאַריאַציע, שפּראַכן־קאָנטאַקט, שפּראַכן־אױפֿהאַלט און שפּראַכנבײַט. איך בין אַ ספּעציאַליסט אין דער ייִדישער שפּראַך, װי זי װערט הײַנט גערעדט און געשריבן.

איך בין אַפֿיליִיִרט מיטן צענטער פֿאַר ייִדישע שטודיעס.

חוץ דעם אוניװערסיטעט בין איך אַ ייִדישער שרײַבער און רעדאַקטאָר. מײַנע אַרטיקלען זענען דערשינען אין פֿאָרװערטס, אױפֿן שװעל, װעקער און אַנדערע פּובליקאַציעס.

אַרבעט און דערציִונג

  • געהילף־פּראָפֿעסאָר, לינגװיסטישער אָפּטײל, קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט, בױרקלי, 2019–
  • שפּראַך־אינזשעניר, אַמאַזאָן/אַלעקסאַ, אָנגעװענדטע מאָדעלירונג און דאַטן־װיסנשאַפֿט, 2018–2019

  • דאָקטאָראַט אין לינגװיסטיק, ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט, 2018
  • מאַגיסטער אין לינגװיסטיק, ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט, 2016
  • מאַגיסטער אין ייִדיש־שטודיעס, אָקספֿאָרדער אוניװערסיטעט, 2013
  • באַקאַלאַװראַט אין לינגװיסטיק און פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור, סטענפֿאָרד־אוניװערסיטעט, 2012

ייִדישיסטיק אין קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט

איך פֿיר אָן מיט אַ ייִדישן שמועסקרײַז. קומט פֿאַרברענגען!

איך בין תּמיד גערן זיך צו באַקענען מיט סטודענטן װאָס אינטערעסירן זיך מיט ייִדיש און װילן אפֿשר װערן פֿאָרשערס פֿון דער שפּראַך. פֿאַרבינדט זיך מיט מיר אױפֿן בליצאַדרעס (אימעיל) אױבן, מיר זאָלן באַשטימען אַ צײַט זיך צו טרעפֿן און שמועסן. איר מעגט זיך אױך פֿאַרשרײַבן אױף אַ באַשטעלונג אין מײַן קאַלענדאַר (אױפֿנעם־שעהען).

„בױרקלי“ צי „בערקלי“?

איך נעם אָן בײדע װאַריאַנטן. אַבי מע זעט זיך!

רעסורסן

אױף דעם זײַטל געפֿינען זיך טעכנאָלאָגישע רעסורסן װאָס קענען צו נוץ קומען פֿאָרשערס, לערערס, סטודענטן און שרײַבערס.

אָרטאָגראַפֿיע / מכשירים צום טיפּירן

  • ייִדיש־כּלל, אַ קלאַװיאַטור אינעם ייִװאָ־אױסלײג באַשטימט פֿאַר מעק־קאָמפּיוטערס, מיט אָנװײַזונגען (אױף ענגליש) װי אַזױ מע דאַרף זי אינסטאַלירן און אױסניצן.
    (די זעלבע קלאַװיאַטור קען מען אינסטאַלירן פֿאַר קראָם־קאָמפּיוטערס אינעם „קראָם־סטאָר“ [קראָם־קראָם!].)
  • פֿאַרהײמישער, אַן אָרטאָגראַפֿישער נאָרמאַליזיר־מכשיר פֿאַר ייִדיש. פֿאַרהײמישער נעמט אַרײַן װערטער און זאַצן װאָס מע האָט געשריבן לױט די תּקנות פֿונעם ייִװאָ־אױסלײג און גיט צוריק אַרױס דעם זעלבן טעקסט געשריבן לױטן חסידישן אױסלײג.
  • אַ מיטל איבערצושרײַבן צװישן סיסטעמען ראָמאַניזירונג: פֿון קאָנגרעס־ביבליאָטעק אױף ייִװאָ
  • פּראָגראַמען (געשריבענע אין פּײַטאָן) פֿאַר טראַפֿן־פֿורעמונג און אַריבערטראָגונג