אײַזיק בלימאַן

אַסאָציִיִרטער פּראָפֿעסאָר, לינגװיסטיק און ייִדישע לימודים
קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט, בױרקלי

bleaman@berkeley.edu
ביוראָ: 1216 דװינעל האָל

אײַזיק בלימאַן

װעגן מיר

איך בין אַן אַסאָציִיִרטער פּראָפֿעסאָר פֿון לינגװיסטיק און ייִדישע לימודים אין קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט, בױרקלי, װוּ איך פֿאַרנעם די קאַטעדרע פֿאַר ייִדישע לימודים א״נ הערמאַן פּ. און סאָפֿיע טאַובמאַן.

מײַנע פֿאָרשונגען באַהאַנדלען פֿאַרשײדענע טעמעס אין דער סאָציאָלינגװיסטיק: שפּראַכיקע װאַריאַציע, שפּראַכן־קאָנטאַקט, שפּראַכן־אױפֿהאַלט און שפּראַכנבײַט. איך בין אַ ספּעציאַליסט אין דער ייִדישער שפּראַך, װי זי װערט הײַנט גערעדט און געשריבן.

װי אַ ייִדיש־לערער האָב איך געאַרבעט אין ייִװאָ, אַרבעטער־רינג און אױף דער ייִדיש־פֿאַרם. מחוץ דעם אוניװערסיטעט בין איך אַ ייִדישער שרײַבער און רעדאַקטאָר. מײַנע אַרטיקלען זענען אַרױס אין פֿאָרװערטס, אױפֿן שװעל, װעקער און אַנדערע פּובליקאַציעס.

איך בין אַ מיטגליד פֿון דער עקזעקוטיװע פֿון דער ייִדיש־ליגע און פֿון דער רעדקאָלעגיע פֿון אױפֿן שװעל.

אַרבעט און דערציִונג

  • טאַובמאַן־פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים, קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט, בױרקלי, 2026–
  • אַסאָציִיִרטער פּראָפֿעסאָר, צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים, קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט, בױרקלי, 2026–
  • אַסאָציִיִרטער פּראָפֿעסאָר, לינגװיסטישער אָפּטײל, קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט, בױרקלי, 2025–
  • געהילף־פּראָפֿעסאָר, לינגװיסטישער אָפּטײל, קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט, בױרקלי, 2019–2025
  • שפּראַך־אינזשעניר, אַמאַזאָן (אַלעקסאַ), אָנגעװענדטע מאָדעלירונג און דאַטן־װיסנשאַפֿט, 2018–2019

  • דאָקטאָראַט אין לינגװיסטיק, ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט, 2018
  • מאַגיסטער אין לינגװיסטיק, ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט, 2016
  • מאַגיסטער אין ייִדיש־לימודים, אָקספֿאָרדער אוניװערסיטעט, 2013
  • באַקאַלאַװראַט אין לינגװיסטיק און פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור, סטענפֿאָרד־אוניװערסיטעט, 2012

ייִדישיסטיק אין קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט

איך אָרגאַניזיר דעם ייִדיש־פֿאָרום. פֿאַרבינדט זיך מיט מיר אױב איר װילט האַלטן אַ רעדע אָדער אָנפֿירן מיט אַ דיסקוסיע אַרום אַ טעקסט.

איך בין שטענדיק גרײט זיך צו באַקענען מיט סטודענטן װאָס אינטערעסירן זיך מיט ייִדיש און װילן אפֿשר װערן פֿאָרשערס פֿון דער שפּראַך. פֿאַרבינדט זיך מיט מיר אױפֿן בליצאַדרעס (אימעיל) אױבן, מיר זאָלן באַשטימען אַ צײַט זיך צו טרעפֿן און שמועסן. איר מעגט זיך אױך פֿאַרשרײַבן אױף אַ באַשטעלונג אין מײַן קאַלענדאַר (גיט אַ קװעטש אױפֿן קנעפּל „אױפֿנעם־שעהען“ סאַמע אױבן).

„בױרקלי“ צי „בערקלי“?

איך נעם אָן בײדע װאַריאַנטן. אַבי מע זעט זיך!


רעסורסן

אױף דעם זײַטל געפֿינען זיך טעכנאָלאָגישע רעסורסן װאָס קענען צו נוץ קומען פֿאָרשערס, לערערס, סטודענטן און שרײַבערס.

אָרטאָגראַפֿיע / מכשירים צום טיפּירן